איך האב ליב שטילקייט.
זי פרעגט נישט
וואו איך בין געווען,
פארוואס איך שווייג,
פארוואס איך קוק אוועק.
שטיל.
זי לאזט מיר זיצן
אין מיין אייגענע ווינקל,
מיט מיינע אייגענע מחשבות,
און רוקט נישט די בענקל נענטער.
איך האב ליב אליינס.
אן קיין שמועס צו ציען,
קיין פנים צו ליינען,
אדער ווארט צו זוכן.
איך קען אטעמען
אן דארפן מסביר זיין
פארוואס שטיל.
און דאך
ווען איך הער
א גרופע לאכן
א טיש אראפציער,
זע איינער קלאפט
א צווייטן אין פלייצע,
ווען א שמועס לויפט
אזוי גרינג
ווי יעדער וואלט שוין געוואוסט
וואו ער געהערט,
ווערט מיין שטילקייט
אביסל צי שטיל.
איך וויל אהין אריינגיין.
נישט צי אינמיטן.
נישט צי הויך.
נישט מען זאל מיר באמערקן.
נאר א בענקל
ביים עק קרייז.
איך וויל מענטשן
וואס פארשטייען מיין שווייגן
אן עס צו פאררעכטן.
וואס קענען זיצן נעבן מיר
אן מיר ארויסציען
פון - מיר.
איך וויל א חבר
וואס פרעגט נישט
יעדעס מאל
פארוואס ביסטו שטיל,
נאר ווייסט
אז אפשר
איז דאס
וויאזוי איך רעד.
אבער ווען עס קומט דער צייט
בלייב איך אינדערהיים.
איך זאג:
בעסער אזוי.
רואיג.
באקוועם.
קיין דרוק.
קיין מענטשן.
איך מאך מיר א קאווע,
פארמאך די טיר,
און פריי זיך
מיט מיין פרייהייט.
ביז די נאכט ווערט לענגער.
ביז איך דערצייל מיר עפעס
און קיינער לאכט נישט.
ביז איך האב א גוט ווארט
און עס האט נישט וואו צו גיין.
ביז איך קוק אויף מיין טעלעפאן
נישט ווייל איינער האט גערופן,
נאר טאקע
ווייל קיינער האט נישט.
איך האב ליב אליינס.
אבער נישט -
אליין.