איך וויל.
איך וויל באַשרייבן.
ס׳שרייבט אבער נישט.
ס'רייבט
גריצלט
פארטריקנטע שארב.
די ווייטאג
איז אומבאַשרייבלעך.
איך שרייב, מעק
מעק, שרייב
מעק, און קיי
בליי.
צער.
׳סשרייבט זיך,
אבער באשרייבט זיך נישט.
חרטה.
ס'שרייבט
ליידיגע,
טרוקענע טינט.
איך שרייב צו דיר.
אומבאשריבענע
אומגעטראפענע ווערטער.
שרייב מיר צוריק.
שרייב כאטש 'איך קוק.'
דיין חסד,
השם,
איז אומבאַשרייבלעך.
איך בעט אבער
עס צו זען
געשריבן.
די אלטע,
די פארדזשאווערטע,
שרייב נישט אָפּ.
אבער שרייב,
שרייב איבער
פריש
מיין נשמה.
שרייב מיך איין.
פארשרייב
די מעדעצין מיין
שרייב, שרייב אריין.
אנגעשריבן
וויל איך ווערן
׳ביסט איינגעשריבן׳
- צוריק
וויל איך הערן.
איך בלייב
שרייבן
גארנישט.
חוץ איין
צעבראכן
געפירקלט
ווארט
ח ט א ת י.
ביז דו שרייבסט
אונטער -
סלחתי.