שפרינגען שאטנס
על חטא, על חטא
סקריפן טירן
אשמנו, בגדנו
טשוויטשקען פייגעלעך
על חטא, על חטא
ברומען היישעריק
אשמנו, בגדנו
קלאפן פוסטריט
על חטא, על חטא
פלאטערן כאלעטלעך
אשמנו, בגדנו
קרעכצן בענק
על חטא, על חטא
מישן בלעטער
אשמנו, בגדנו
שאקלען פלייצעס
על חטא, על חטא
ציטערן ליפן
אשמנו, בגדנו
האמערן פויסטן
על חטא, על חטא
טראפן טרערלעך
אשמנו, בגדנו
קלאפן הערצער
על חטא, על חטא
שטיקן ווערטער
אשמנו, בגדנו
ביז ס'קלאפט צוריק
סלחתי.