← all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

נאכאמאל

געשריבן, געמעקט, געזאגט און צוריק איינגעשלינגען
געוויינט, געווישט, געקרעכצט און צוריק פארשלינגען
געזיפצט, געשוויגן, געשריגן און צוריק פארשטומט
געקראכן, געפאלן, אויסגעגליכן און צוריק פארקרומט
געקומען, געגאנגען, צוגעזאגט און צוריק געקומען
געווארט, געעפנט, נאכאמאל - און צוריק אנגענומען.
#תשובה
cheskygo · 2026↯ current