← all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

שאקלדיגע מחשבות

ווען איך גיי רעכטס טאטע העלף מיר שטייגן אוי, ווען איך גיי לינקס טאטע קום ברענג מיר צוריק אויב לויף איך פאראויס טאטע, האלט מיר אן ווען איך שטייג און פלי ארויף שקויעך טאטע, אבער באגלייט מיר ווייל, ארויף גייט אויך אראפ איז ווען איך פאל, טאטע כאפ מיר אן, ביטע לאז מיר נישט פאלן אראפ, פאר קיין רגע ווייל די לעצטע זאך וואס איך וויל איז גיין אויף צוריקוועגס.
---
ווען איך גיי רעכטס הודו להשם. און לינקס? נו. כי אז אבער שנעל פאראויס נעם מיר מאך מיר צוריק טוב ווייל ווען ארויף איך צי לויף אדער פלי דעמאָלט, כי פאלן חלילה זאל איך נישט און אויב יא לעולם ביסטו מיט מיר און אויב אויף צוריק אשר קאפויער זאכן גייען געדענק איך חסדו.
--- רעכטס ביסטו ווען ליכטיג שיינט לינקס אויך ביסטו אונטערן וואנט פארנט ביסטו פאראויס פלאנט אויבן ביסטו אייביג און היינט אונטן ביסטו אויך דיין רעכטע האנט פון הונטן ביסטו מיין באשיצער, מיין וואנט.
#סוכות
cheskygo · 2026↯ current