← all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

סוכה שפענדלעך

א פשוטער איד פשוט'ע הארץ פשוט'ע מחשבות
פשוט'ע הענט מיט פשוט'ע געוואוקסן פשוט שאקלען - וועלטן.
-
ס'איז דא א מארגן וואס איז נאך נעכטן. און, ס'איז דא א מארגן וואס איז וועגן נעכטן. ס'איז אנדערש.
-
מ'קען אוועקלייגן די סוכה. צענעמען די סוכה. ארויפטראגן די סוכה. פארפאקן די סוכה. אין הארץ.
- ס'דא וואס טאנצן מיט די תורה ס'דא וואס טאנצן פאר די תורה. ס'דא וואס טאנצן. אויף די תורה?!
-
פון אתרוג מאכט מען קאמפאט פון הושענות מַצות פון לולב שריפת חמץ הדסים פאר שב"ק און די הענט? בלייבן זיי שאקלען?
-
א סוכה איז נאר 'אונטער' אמונה איז נאר זיך אונטערווארפן.
-
סתם, שוויצן צווישן אידן איז אידיש. סתם, טאנצן צווישן אידן איז חסידיש. סתם, זינגען צווישן אידן איז א קידוש.
- הקפות מיט די תורה ארום אידן הקפות מיט אידן ארום די תורה הקפות א איד ארום די תורה הקפות די תורה ארום די איד. בחזירתו פרע הקפותיו.
-
דער ישמח משה האט געזען משה רבינו דער יטב לב האט געזען די זיידע איך וויל זען. כאטש מיר.
-
לעיני כל ישראל, לויט די אויגן פון אידן בראשית ברא.
#סוכות
cheskygo · 2026↯ current