← all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

צווייגישע דיאלאג

'לאז מיך אריין' האט דער זון שטראל געבעטן דעם סכך.
'קום, דא, צווישן די צווייגן.'
'פארוואס שטעלסטו זיך אין מיין וועג?'
'קוק, וועסט שוין זען.'
דער ווינט האט גערוקט א צווייג.
אויף דער ערד האט אביסל זון אוועקגעשפאצירט.
'דו האסט מיך קלענער געמאכט,' האט דער שטראל געזאגט.
'קוק נאכאמאל.'
דער שטראל האט געקוקט.
ביז יעצט האט ער געשיינט.
יעצט האט ער עפעס באלויכטן.
#סוכות
cheskygo · 2026↯ current